תורה תורה חגרו שק: הרה''ג רבי צבי זאב בערגער זצ''ל דומ''ץ בקהילתנו הק' פלוצלינג נפטר געווארן אין שווייץ לדאבון כל בית ישראל
מיט אומגעהויערע צער און ווייטאג נעמט מען אויף די שמועה רעה כי באה איבער די פלוצימדיגע און פריצייטיגע פטירה פון האי גאון ומרביץ תורה, הרה''ג רבי צבי זאב בערגער זצ''ל דיין ומורה צדק דקהילתנו הק' אין בארא פארק, וועלכע איז היינט ליידער נסתלק געווארן לגנזי מרומים אין בליענדן עלטער פון 43 יאר, זייענדיג אויף אפרוה אין ציריך שווייץ.
רבי צבי זאב זצ"ל איז געווען א זון פון הרה"ח ר' אליעזר בערגער הי"ו, און אין די לעצטערע יארן איז ער געווען פון די געהויבענע תורה געשטאלטן בעולם ההוראה בקהילתנו הק' אין בארא פארק וואו ער האט געדינט אלס מורה הוראה וודאין, ווערנדיג נתמנה דורך יבלחט"א כ"ק אדמו"ר שליט"א לשרת בקודש על כס ההוראה, און במשך א שיינע פאר יאר האט ער מרביץ געווען תורה ודבר ה' זו הלכה פאר הונדערטער שואלים.
טראץ זיין יונגן עלטער, איז ער געווען בארימט מיט זיין אויסטערלישע קלארקייט און בקיאות בכל מכמני התורה. ער האט פארגעלערנט קלארע שיעורים אין הלכה, כסדר אויפטרעטענדיג מיט דרשות אין בית מדרשנו און געגעבן שיעורים מיט א באזונדערע בהירות, און רוב יונגעלייט פון די קהילה פלעגן אים פרעגן זייערע שאלות אין אלע מקצועות התורה, וכל הדבר הקשה קטון עם גדול יביאון אליו.
באזונדער איז דער דיין ז"ל געווען באוואוסט מיט זיין מאור פנים פאר יעדן יחיד. ער האט אויפגענומען יעדן שואל ומבקש מיט א שמייכל און סבלנות וואס האט אים געמאכט באליבט און געשעצט ביי אלע זיין ארומיגע.
פארלאפענעם וואך איז דער דיין ארויסגעפארן קיין שווייץ צו שעפן פרישע כוחות, און ליידער היינט אינדערפרי איז ער נישט אויפגעשטאנען פון שלאף, די ערשטע הילף וועלכע זענען אלאמירט געווארן האבן ליידער געדארפט באשטעטיגן אז שקעה חמה שלא בעונתה לדאבון לב משפחתו, די גאנצע קהילה און אלע זיינע תלמידים ומעריצים, וועלכע באוויינען אזוי שווער דעם אבידה שאין לה תמורה.
די עסקנים סיי פון ניו יארק און סיי די לאקאלע עסקנים אין שווייץ ארבעטן אינאיינען צו ערלעדיגן די נויטיגע לעגאלע פאפירן צו באפרייען די מיטה און איר ברענגען וואס שנעלער לקבורה.
פרטים איבער די לויה וועט נאכפאלגן, נשמע ונתבשר בשורות טובות