Back to News
מאנטאג פר' שופטיםכ''ז אב תשפ''ו

צהלו ורונו יושבת ציון: כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א נעמט אונטער היסטארישע נסיעה קיין ארצינו הק' לקראת די ימי הרחמים והרצון

מיט פרייליכע הערצער נעמען אויף אנשי שלומנו היקרים בארה''ק די בשורה מרנינה אז עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן פונעם רבי'נס שטוב אז רבינו שליט''א וועט זיך ארויסלאזן אויף א מסע הקודש לקראת די ירח האתנים הממשמשים ובאים תשפ''ז הבעל''ט און אפשטאטן באזוכן בקרב קהילתנו הק' לענגאויס ארץ ישראל. רבינו שליט"א וועט זיך ארויסלאזן ממעון קדשו דעם מיטוואך מיטאג צום קענעדי לופטפעלד, און איז ערווארטעט צו לאנדן אינעם לוד לופטפעלד דאנערשטאג אין די פארטאגס שעה'ן, פון וואו דער רבי וועט תיכף צופארן קיין עיה"ק צפת, וואו ער וועט וויילן דורכאויס די נאכפאלגנדע טעג אויף אפרוה אינעם אכסניא בבית משפחת פישער שיחי'. אינצווישן גייען אן די העפטיגע הכנות צום הויכפונקט פונעם נסיעה דעם גרויסן שבת התאחדות בצילא דמהימנותא, וואס וועט פאראייניגן גאנץ חסידי צאנז קלויזענבורג פון איבער גאנץ ארץ הקודש, זקנים עם נערים, אברכים, בעלי בתים, בחורי חמד און ילדי חן. בס"ד איז געלונגען פאר די עסקנים ארויסצודינגען דער ריזיגער "תומר דבורה" קאמפלעקס אויף דרך קק"ל במרומי עיה"ק צפת, וואו עס וועט געפראוועט ווערן דעם שבת מעין עולם הבא. נאך דעם געהויבענעם שבת וועט דער רבי שליט"א ארויספארן קיין עיה"ק ירושלים, וואו רבינו שליט''א וועט וויילן אין די קומענדיגע טעג און אויפנעמען די חסידים בפתקא ופדיון לקראת די ימי הרחמים והרצון, גלייכצייטיג וועט רבינו שליטייא באשיינען א רייע מעמדי קודש בקרב קהילתנו הק', אזוי אויך עטליכע שמחות בקרב קהילתנו, אריינגערכענט די חתונה פון אן אייניקל ביי נאמן ביתו ואיש אמונו הרבני הנגיד ר' עזריאל טויבער הי"ו ראה"ק דקהילתנו אין ארץ ישראל, און די שבע ברכות פונעם בארימטן ליובאוויטשער פילאנטראפ הרבני הנגיד ר' אליהו שלאסבערג הי"ו א תומך נלהב פון קהילות ומוסדותנו איבער די וועלט, אריינגערעכנט דעם מעמד "קביעת מזוזה" פארן נייעם פראכטפולן תלמוד תורה געביידע אין בני ברק, און דעם גמר המקח פארן שטח אדיר אין הארץ פון ירושלים וואס וועט דינען אלס תל תלפיות פאר די קהילה און מוסדותנו הק' וואס רבינו שליט"א האט פערזענליך נושא בעול געווען צו שאפן די אסטראנאמישע סכומים פאר די צוויי מאסיווע פראיעקטן. אנשי שלומינו תושבי ארה''ק התכוננו! הנה מלכך בא!

ענדליכע באריכטען