Back to News

חכם שמת הכל קרוביו: דער קאמפיין איז לייוו

דער הויכער און שטארקער בוים איז געשטאנען מאעסטעטיש און פרעכטיג. אירע לאנגע צווייגן האבן געווארפן א באשיצנדע שאטן אויף ווייטע שטרעקעס, און די זיסע פירות האבן דערפרישט די הערצער פון אלע הונגעריגע. דאס איז געווען דער חשוב'ער דיין, האי גאון ומרביץ תורה מגדולי המורים, מורינו רבי צבי זאב בערגער זצ"ל, דיין ומורה צדק דק"ק צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק. טראץ זיין יונגן עלטער איז ער גאר שנעל געשטיגן אויפן לייטער פון הלכה והוראה, אויסשטייגנדיג אלס מורה הוראה און מורה דרך פאר פילע הונדערטער וואס האבן געטרינקען מיט דארשט זיינע זיסע וואסערן. דער דיין זצ"ל האט זוכה געווען משמש צו זיין בהוראה ביי גדולי עולם פונעם פריערדיגן דור זכר צדיקים לברכה. זיין לשון לימודים, זעלטענע קלארקייט און באזונדערע צוגעלאזנקייט, האבן געמאכט זיינע פסקנים און שיעורים א שם דבר ביי פילע הונדערטער אין די קהלה און איבער די גאנצע שטאט. די הונדערטער שומעי לקחו זענען געווארן צוגעצויגן צום דיין זצ"ל ווי צו א מאגנעט, זייענדיג זיך שואל עצה בכל דבר קטן וגדול. ער פלעגט יעדן מדריך זיין מיט זיין אייגנארטיגע קלארקייט, זיכערקייט און ישרות. אומאויפהערליך האט מען דופק געווען על פתחו, סיי מיט פריוואטע שאלות, ווי אויך פון ישיבות וכוללים וואו מען האט אים גערופן פארלערנען און איבערגעבן דעם דבר ה' זו הלכה. א באזונדערע קאפיטל איז געווען זיין איבערגעגעבנקייט בלב ובנפש אוועקצושטעלן בתים בישראל. אנגעהויבן פון מדריך זיין חתנים וויאזוי אנצוהויבן דעם שותפות'דיגן לעבן, און ווייטער זיי באגלייטן מיט חכמה און סבלנות, ביזן ווערן פארמישט אין פעלער פון מסדר זיין שלום בית על מכונה. אלע האבן געהאפט און ארויסגעקוקט נהנה צו זיין פונעם שטראלנדער אור נאך פאר לאנגע יארן, אבער פון הימל איז ליידער נגזר געווארן אויסצולעשן דעם לעכטיגקייט, און צונעמען דעם הערליכער, פרוכטבארער בוים. דער דיין זצ"ל איז ארויסגעפארן קיין שווייץ אנצושעפן פרישע כוחות, און זייענדיג אין דער פרעמד איז ער ליידער פלוצלינג און פריצייטיג ארויף ארויף לשיבה של מעלה, איבערלאנזדיג אן ערשיטערטע און פאר'אבל'טע משפחה, קהלה און הונדערטער מעריצים. דער ביטערער מצב האט איבערגעדרייט דעם סדר: אויף לויף פון זיין לעבן האט דער דיין זצ"ל געטראגן אנדערע אידנ'ס עול מיט געטריישאפט, יעצט איז אונזער אחריות צו טראגן זיינ'ס. די מגבית אדיר 'הכל קרוביו' ווערט פראקלאמירט אוועקצושטעלן א קרן וואס וועט ערמעגליכן דעם דיין'ס משפחה פון יונגע קינדערלעך, אנצוגיין ווייטער אין לעבן. דערמיט וועט ער זיין פאר אונז א מליץ יושר בגנזי מרומים. ער האט געטראגן אונזער עול, מיר טראגן זיינ'ס!

ענדליכע באריכטען